חלא בר חמרא האט געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2026 10:50 pm
@שמואל פוקס ווי אלט איז שלמה געוועהן ביים חזרה בתשובה?
ער איז עטליכע מאל אנטלאפן פון זיינע עלטערנ'ס הויז, כדי צו ווערן פרום. די ערשטע מאל איז געווען נאך פאר זיין בר-מצוה. ווען ער איז צוריקגעקומען אהיים איז ער אלס געווארן פרומער און פרומער. אביסל נאך זיין בר-מצוה, איז ער אוועקגעגאנגען לערנען אין א מזרחי ישיבה (דוכט זיך) אלס פשרה מיט זיינע עלטערן. פון דארט האט ער געמאלדן זיינע עלטערן אז ער ווערט גענצליך פרום.
די נאמען מהרא"ש האט ער געגעבן. ער האט געזאגט, "עס איז געווען מוהר"ן און מוהרנ"ת, וועט אויך זיין מהרא"ש" (ער האט געוואלט שטעלן מהרא"ש אויף די זעלבע דרגה פון רבי נחמן און רבי נתן, און דאס מאכן פאר א חוט המשולש). אין יענע תקופה איז ער געווען שטארק פארקאכט אין מהרא"ש און ער האט געמאכט נפשות פארן מהרא"ש.
ער איז אויך געווען אינעם ערשטן קיבוץ ראש-השנה אין יבניאל, און דוכט זיך אז עס איז נאך פארהאן בילדער פון אים דארט. ער האט אים אויך געקויפט די ערשטע בענקל מיט די שטענדער. ווען נישט אים, וואלט דער מהרא"ש מעגליך געזעצן אויף א פשוט'ע בענקל וכו'.
כפי ידיעתי איז דער נאמען "היכל הקודש" נישט פון אים.