גראדע ווארט איך נאך פון דיר פאר א תירוץ דא viewtopic.php?p=158023#p158023
און איינער וואס קומט ארויף האקן און האקן און ווען מ'פרעגט אים צום דבר איז ער נישט צום האבן, האט נישט וואס צו האבן טענות ווען מ'רייסט אים אונטער
דער דעת תורה פון הרב חיד"א ווייס שליט"א זאגט אנדערש
אמת אבער ווען עס האלט ביי סועסייד רח"ל שפרינגט מען אריין
פון וואנעט ווייסטו אז זיי האבן נישט געבעטן?
פאקטיש ארבעט עס אסאך, אלע יוצאי לב טהור האבן גע'ארבעט צו שאפן געלט פארן קאמפיין.
זאג נאר, צו גיין לערנען תורה מיט אומוויסנדע אידישע קינדערלעך, אויסלערנען יסודות פון אידישקייט פאר תינוקות שנשבו, זאגן פאר הייליגע נשמות אז רוב זאכן וואס זיי טוען מיט א תמימות האט גאט פיינט און מען טאר דאס נישט טוען, פארדעם דארף מען אפשר אויך פרעגן רשות?????? דאס הייסט זיך געמישט אין קישקעס?????? ברויך מען דען אז זיי זאלן קומען בעטן פאר הילף אדער אלץ תורה טרייע אידן איז דאס אונזער פליכט????????
דאס איז ברוחניות און אוודאי פארשטייט יעדער בר דעת אז בגשמיות ברויך מען טוען די זעלבע און העלפן 'יא העלפן' אידישע קינדערלעך וואס ווערן געפייניגט און אויסגעהונגערט אפי' ווען זיי בעטן עס נישט (ליידער אויך א חלק פון די פייניגונגען צו אוועקנעמען די שכל און די רשות צו בעטן הילף)
ווען א קינד ווערט אביוזד טאר מען אים נישט העלפן נאר אויב ער בעהט הילף? אדער אפשר גאר זיינע אביוזערס בעטן הילף? ווילאנג ער בעהט נישט דארף מען אים לאזן געפייניגט ווערן?
און פאקט האט זיך טאקע אויפגעוויזן אז אויב 'מטרייט צו מסביר זיין ארבעט עס טאקע נישט אלעמאל' אבער אויב מטוט דראסטישע שריט אפי סאיז אביסל אומאנגענעם פאר א תקופהלע, ארבעט עס פיין, און די הייליגע אידן וואס זענען שוין ארויס האבן נישט קיין רגע טענות אז מהאט זיי ארויסגענומען, אדרבה, זיי וויינען אויף די אלע יארן וואס מאיז געשטאנען אין די זייט און געווארט אז זיי זאלן בעטן פאר הילף........
די אלע קשיות וועלן יעצט ווארטן מיט געדולד ביז אלע וועלן שוין האבן פארגעסן, און דאן וועט מען נאכאמאל געבן אזא פרעג בתמימות היתכן מ'טאר נישט פרעגן קיין קשיות אויף די עסקנים.